top of page
Search

The Printing of the Sdei Chemed

When the Rebbe printed the Sdei Chemed, Mr. Yosef Robinson agreed to sponsor the astronomical cost. During the printing of the sefer, he called the Rebbe asking not to deposit the check he had sent because of sudden financial difficulties.

The next day, Tes Sivan תש”ט, the Rebbe, sent two letters. One was sent to the sponsor and one to his friend, Reb Yankel Katz.

In the letter to the sponsor, the Rebbe informed him that he had not deposited the check as he had asked but also hoped that the wait would not be too much longer so that the printing would not have to be stopped. The Rebbe then kindly let him know that Tzedakah really should be given, even if things were a little tight financially.

In the letter to Mr. Katz, the Rebbe asks him to get the sponsor's permission to submit the check as soon as possible, and he also asks him to learn a small section of a maamer from the Frierdiker Rebbe with Mr. Robinson about giving maaser and how maaser brings financial blessings.

The letter sent to Mr. Robinson:

ב"ה, ט' סיון, תש"ט הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהר"י שי' ראבינסאן שלום וברכה! לויט אונזער טעלעפאנישן געשפרעך נעכטען, האבן מיר אויף אייער בקשה היינט פארלויפיק געסטאפט דעם טשעק. אזוי ווי מיר האבן דעם פרינטער נאך פאר שבועות צוגעזאגט צו געבן געלט, פירן מיר מיט אים אונטערהאנדלונגען ער זאל צו ווארטן, אויפ'ן סמך פון אייער צוזאג אז במשך פון 10 טעג וועל איך האבן פון אייך א בשורה טובה. איך בין זיכער אז איר וועט מיט דעם אויבערשטנס הילף האלטן אייער צוזאג, כדי די ארבעט זאל חלילה ניט דארפן אפגעשטעלט ווערן אין מיטן. ס'איז איבעריק צו דערמאנען דעם מאמר חז"ל (תענית ט, א) - עשר תעשר, עשר בשביל שתתעשר. דאס הייסט, אז ווען א איד גיט צדקה איז דאס א מקור אויף און א כלי צו פרנסה. דאס זעט איר דאך בפירוש, בפרט די לעצטע צייט, אז כ"ק מו"ח דער רבי שליט"א שאפט אייך צו ענינים פון פרנסה, און ניט בלויז דאס, נאר אויך די גוטע כלי מיט וואס דאס צוצונעמען, וואס דאס איז די זאך פון צדקה, לויט'ן אויבנדערמאנטן מאמר רז"ל. במילא איז מיר א גרויסער וואונדער וואס איר ציט אפ די גוטע זאך. און אזוי ווי איר זייט א סוחר און פארשטייט א גוטן עסק, דארף איך ניט מאריך זיין. איך האף אז איר און אלע אייערע יחיו געפינען זיך אין בעסטן געזונד, און דער אויבערשטער זאל געבן איר זאלט זוכה זיין, אז די ברכות פון רבי'ן שליט"א זאלן מקויים ווערן. מיט גרוס וברכת כט"ס הרב מנחם שניאורסאהן יושב ראש ועד הפועל


The letter sent to Reb Yankel Katz:

שלום וברכה! בייליגענד מיין בריוו צו ידידנו הוו"ח וכו' מהר"י שי' ראבינסאן. דעם פרינטער מוז איך געבן געלט ניט שפעטער ווי די נאך שבת'דיקע וואך, אויב ער זאל חלילה ניט אפשטעלן די ארבעט אויפ'ן "שדי חמד". בין איך זיכער, אז איר וועט בעזהש"י טאן אלעס כדי אז דער טשעק זאל קענען איינקאסירט ווערן דא ניט שפעטער ווי די נאך שבת'דיקע וואך. אין מיין בריוו צו ידידנו מר ראבינסאן שי' האב איך ניט געוועלט מאריך זיין מיט דעם מאמר חז"ל עשר תעשר, אבער איך האף אז איר וועט בא א געלעגנהייט אפלערנען מיט עם דעם מאמר והריקותי לכם ברכה אין דעם אידישן ספר המאמרים, דף 94, דאס זאל האבן א פעולה בפועל. מיט גרוס וברכת כל טוב הרב מנחם שניאורסאהן יושב ראש ועד הפועל בריוו בייגעלייגט.
The following is a small section from the Friediker Rebbe’s maamer mentioned above, highlighting the connection between maaser and financial wealth: 
"ווי די גמרא זאָגט (שבת קיט, א) רבי האט געפרעגט ביי ר' ישמעאל בר' יוסי פאַרוואָס האָבען די רייכע מענשען פון ארץ ישראל זוכה געווען צו זייער רייכקייט, האָט אים ר' ישמעאל געענטפערט, ווייל זיי היטען אָפּ די מצוה פון מעשר."

To see the Maamer inside, see the link below: סעיפים ב-ג מעמודים 94-96


Comments


bottom of page